1. Home
  2. Transparency
  3. Title VI/Non-Discrimination Policy
  4. נאנ-דיסקרימינאציע פאליס י/VI טיטל

נאנ-דיסקרימינאציע פאליס י/VI טיטל

Updated Apr 26, 2024
.צו פארלאנגען שפראך הילף סערוויסעס פאר אומזיסט, קענט איר זיך פארבינדן מיט 511

אנטשלאסנקייט צו נאנ-דיסקרימינאצי ע

די מעטראפאליטען טראנספארטאציע אויטאריטעט (Metropolitan Transportation Authority, MTA) און די פאלגנדע אפיליאירטע און סובסידיערי אגענטורן: לאנג אײלענד רעיל ראוד, מעטרא-נארט רעילראוד, MTA באס פירמע, קאנסטרוקציע און דעוועלאפמענט פירמע, די גראנד צענטראל מאדיסאן קאנקאורס אפערירונג פירמע, און ניו יארק סיטי טראנזיט אויטאריטעט, אריינרעכענדיג די מאנהעטען און בראנקס אויבערפלאך טראנזיטאפערירונג אויטאריטעט און די סטאטען איילענד שנעלע טראנזיט אפערירונג אויטאריטע ט (דא אינאיינעםרעפערירט צו אלס ''MTA'' אדער MTA'' אגענטורן'') זענען אנטשלאסן צו די גלייבונגען פון די טיטל VI ציווילע רעכטן אקט פון 1964 , און די פארזיכערונגען פון די MTA טיטל VI מעלדונג צו די פובליק.

אריינגעבן טיטל VI און פארבינדענע דיסקרימינאציע קלאגעס

אויב סיי וועלכע מענטש גלייבט אז זיי זענען געווארן דיסקרימינירט דורך די MTA אדער סיי וועלכע MTA אגענטור אויף די באזיס פון ראסע, קאליר, נאציאנאלע אפשטאם, אריינגערעכנט באגרעניצטע ענגליש קענטעניס, עלטער, מין, באגרעניצונג, אדער רעליגיע, האבן זיי די רעכט אריינצוגעבן א טיטל VI דיסקרימינאציע קלאגע.

וויאזוי אריינצוגעבן א טיטל VI/דיסקרימינאציע קלאגע

 אינדיווידועלן קענען מאכן א קלאגע דורך טעלעפאנירן די פאסיגע דייווערסיטי און גלייכע געלעגנהייט אפטיילונג, דורך אימעילן titlevicomplaints@mtahq.org אדער דורך זיך פארבינדן מיט MTA קאסטומער סערוויס אויף 511.

אינדיווידועלן קענען אויך אריינגעבן א קלאגע דורך אויספולן די טיטל VI און פארבינדענע נישט-דיסקרימינאציע געזעצן קלאגע מענעדזשמענט בויגן און עס אריינגעבן פערזענליך אדער עס שיקן דורך די פאסט צו די פאסיגע דייווערסיטי און גלייכע געלעגנהייט אפטיילונג אדרעס וואס שטייט אויף דעם בויגן. יעדע MTA אגענטור האט איר אייגענע דייווערסיטי און גלייכע געלעגנהייט אפטיילונג, און איר קענט אויך טרעפן יענע אדרעסן דורך קליקן דא.

א קלאגע ווערט גערעכנט אריינגעגעבן פון דעם דאטום וואס עס ווערט ערהאלטן דורך סיי וועלכע קאסטומער סערוויס אדער דייווערסיטי און גלייכע געלעגנהייט אפטיילונג. קלאגעס מוזן איינגעגעבן ווערן אינערהאלב די 180 טעג פון דעם אנגעבליכע דיסקרימינאציע פאסירונג. די אויסנאם איז לגבי געשלעכטליכע האראסמענט באשולדיגונגען, וואס קען ווערן איינגעגעבן ביז 3 יאר נאך די אנגעבליכע פאל, אין איינקלאנג מיט די ניו יארק סטעיט געזעץ.

ערשטע איבערזיכט פון א קלאגע

איינמאל די MTA באקומט א קלאגע, ווערט אן איבערזיכט דורכגעפירט צו באשטימען אויב עס איז צוגעשטעלט גענוג אינפארמאציע צו פעסטשטעלן א מעגליכע טיטל VI פארלעצונג געדעקט דורך די פארלעצונג געדעקט דורך די MTA ס טיטל ' VI און פארבינדענע נאנ -דיסקרימינאציע פאליסי דירעקטיוו. די איבערזיכט וועט אויך באשטימע ן אויב א קלאגע איז געווארן אריינגעגעבן אינערהאלב די 180 טעג אדער 3 יאר פאר באשולדיגונגען פון געשלעכטליכע האראסמענט, און אז עס קאפירט נישט א פריערדיגע קלאגע געמאכט דורכן זעלבן פארשוין. די דייווערסיטי און גלייכע געלעגנהייט אפטיילונג קען פארלאנגען נאך אינפארמאציע, און די מענטש וואס געבט אריין די קלאגע וועט ווערן געגעבן א לאגישע צאל פון צייט צו ענטפערן.

א קלאגע וועט נישט ווערן אנגענומען פאר אויספארשונג און קיין שום ווייטערע שריט וועלן גענומען ווערן אויב עס ווערט אריינגעגעבן אינדרויסן פון די 180 טעג פענסטער (אויסנאם: -3 יארפענסטער פאר באשולדיגונגען פון געשלעכטליכע האראסמענט), אויב עס קאפירט א פריערדיגע קלאגע, אדער אויב די דייווערסיטי און גלייכעגעלעגנהייט אפטיילונג באשטימט אז עס איז נישט געדעקט דורך די ' MTA ס טיטל VI נאנ -דיסקרימינאציע פאליסיס. אין דעם פאל, וועט די מענטש וואס האט אריינגעגעבן די קלאגע ווערן איינגעמאלדן ביז 15 טעג אז די קעיס וועט נישט ווערן אויסגעפארשט.

די דייווערסיטי און גלייכע געלעגנהייט אפטיילונג קען פארמאכן א קלאגע, לויטן באשלוס פון די גלייכע געלעגנהייט אפיציר, אויב די מענטש וואס האט אריינגעגעבן די קלאגע קאאפערירט נישט מיט די אויספארשונג, פארפעלט צו ענטפערן אדער צושטעלן נאך סיי וועלכע פארלאנגטע אינפארמאציע, אדער צייגט אן אז זיי ווילן מער נישט נאכגיין דעם קלאגע.

די דייווערסיטי און גלייכע געלעגנהייט אפטיילונג קען מעגליך נישט אננעמען א קלאגע אויב עס איז נישט דא גענוג עדות דורכצופירן א גרינטליכע און יושר'דיגע אויספארשונג.

אויספארשונג פון א קלאגע

אויב די דייווערסיטי און גלייכע געלעגנהייט אפטיילונג באשטימט אז די קלאגע באשולדיגט געהעריג א פארלעצונג ווי געדעקט אין די MTA אלע-אגענטור טיטל VI און פארבינדענע נאנ -דיסקרימינאציע פאליסי דירעקטיוו, וועלן זיי איינמעלדן די מענטש וואס האט אריינגעגעבן די קלאגע, דורך פאסט אדער אימעיל, אז עס איז געווארן אנגענומען פאר אויספארשונג. די בריוו וועט אויך לאזן וויסן די מענטש אז זיי האבן די רעכט אריינצוגעבן דירעקט מיט פעדעראלע טראנזיט אדמיניסטראציע'ס אפיס פון ציווילע רעכטן.

די דייווערסיטי און גלייכע געלעגנהייט אפטיילונג וועט אויספארשן די טיטל VI דיסקרימינאציע קלאגעס פאר וועלכע עס האט גענוג אינפארמאציע. ביים ענדע פון אן אויספארשונג, וועט די מענטש וואס האט אריינגעגעבן די קלאגע ווערן איינגעמאלדן פון די אויסגאנג און סיי וועלכע רעקאמענדירטע פארריכטנדע שריט .

אריינצוגעבן א געשריבענע קלאגע אדער צו פארלאנגען מער אינפארמאציע איבער 'MTA ס טיטל VI און פארבינדענע נאנ -דיסקרימינאציע געזעצן פאליסי, קענען אינדיווידועלן זיך פארבינדן מיט א ספעציפישע MTA דייווערסיטי און גלייכע געלעגנהייט אפטיילונג אדער זיך פארבינדן מיט :

MTA Headquarters
Department of Diversity and Civil Rights
2 Broadway, 16th Floor
New York, NY 10004
(800) 466-8577